בס״ד
התורה חסה על ממונן של ישראל
פארזיכערט אז אייער שווער פארדינטע געלט זאל גיין פאר מוסדות התורה – אנשטאט פאר שטייערן
קאנגרעס האט לעצטנס אדורכגעפירט א נייעם געזעץ וואס לאזט יעדן אראפנעמען ביז $1,700 פון די שטייערן וואס איר באצאלט פאר דער רעגירונג, און דאס באשטימען פאר סקאלערשיפס אין די מוסדות וואס איר האלט טייער. נישט בלויז זה נהנה וזה לא חסר – נאר זה נהנה וזה נהנה.
א
עס קאסט אייך נישט קיין איין דאלער
דאס איז נישט קיין נדבה פון אייער טאש. עס איז געלט וואס איר באצאלט סיי־ווי פאר שטייערן – און אנשטאט עס זאל גיין צו דער רעגירונג, גייט עס פאר מוסדות התורה והחינוך.
ב
ביז $1,700 פאר יעדן, $3,400 פאר א פארפאלק
יעדער וואס צאלט שטייערן קען אנטייל נעמען, אויך אזעלכע וואס האבן נישט קיין קינדער אין די מוסדות. אויך מיידלעך וואס ארבעטן קענען פארזיכערן אז ביז $1,700 פון זייער שווער פארדינטע געלט זאל אנקומען צו אונזערע היימישע מוסדות.
ג
דורך א ספעציעלע ארגאניזאציע
לויט דעם געזעץ קען מען דאס נישט געבן דירעקט צום מוסד. עס מוז צום ערשט גיין צו א קוואליפיצירטע סקאלערשיפ ארגאניזאציע (SGO), וועלכע וועט עס דערנאך פארטיילן פאר סקאלערשיפס פאר תלמידים און תלמידות.
ד
קיין שום התחייבות
מיט'ן אויספילן יעצט דעם פארעם ווערט איר נישט פארפליכטעט צו גארנישט. עס דארף נאר אויסגעפילט ווערן כדי אלעס זאל זיין אוועקגעשטעלט נאך איידער דאס יאר הייבט זיך אן.
ה
באצאלן במשך דאס יאר
דער פראגראם הייבט זיך אן דעם 1טן יאנואר 2027. ווען איר ווילט באצאלן, האט איר צייט במשך דאס גאנצע יאר, און מען וועט עס אויך קענען אויסצאלן אין טיילן.
ר׳ נחמן קאללער
ר׳ נחמן קאללער האט אוועקגעשטעלט די ארגאניזאציע (The Nachman Caller Scholarship Granting Organization), און ער וועט פערזענליך פארזיכערן אז אלעס זאל זיין גענוי ווי דאס געזעץ פארלאנגט.
מער וועגן ר׳ נחמן ←פאר סיי וועלכע פראגעס איבער דעם פראגראם, קענט איר רופן (347) 534-7504. די ארגאניזאציע ווערט יעצט אוועקגעשטעלט און איז נאך נישט באשטעטיגט אלס א קוואליפיצירטע SGO. דער קרעדיט הענגט אפ אין ניו יארק׳ס באטייליגונג און די IRS רעגולאציעס.
